װעגן דעם באַן מוּזײ

 

אנטדעקט די קולטורישע אוצרות פון די באנען און באקומט אן ערפארונג וואס וועט אייך גיבן צו פארשטיין ווי וויכטיג באנען זענען געווען פאר די אנטוויקלונג פון שוועדן. די באן מוזעאום אין Gävle (יעוולע) האט אין זיך איינס פון די וועלט'ס מערסט פראמינענטע זאמלונגען פון באן וואגאנען און פארבינדענע ארטיקלען. די באן מוזעאום האט אסאך צו אפפערן. דורכאויס דעם זומער סעזאן קענט איר געניסן פון א טאג אנגעפילט מיט באנען אנטדעקונג און היסטאריע. אין די Järnvägsparken (באנען פארק) זענען די סטאנציע געביידע און באן וועכטער'ס בודקע אפן פאר באזיכער, און אזוי אויך א קליינע באן פאר א הנאה'דיגע רייזע ערפארונג, און איר קענט נעמען די Rälsbuss (באן באס) צו Tåghallen (די באנען זאל) וואו איר קענט זעהן אן ערשט-קלאסיגע זאמלונג פון וואגאנען. אין צוגאב צו די אויסשטעלונג, האט די מוזעאום אויך א שפילעריי צימער, א געשעפט, רעסטוראנט און עסנווארג וועגעלע. די באן מוזעאום אפערירט אויך היסטארישע באנען צו פארשידענע טיילן פון דאס לאנד. יעדע באזוך איז א רייזע אריבער פארשידענע ערטער און פארשידענע תקופות — אן איבערלעבעניש וואס לאזט א טיפע איינדרוק. אלעס איז אריינגערעכנט אין די איינגאנג פרייז.

באזוכט די באן מוזעאום

אפענע שעות און פרייזן

19 אוגוסט 2024 - 22 יוני 2025

דינסטאג-זונטאג: 11.00-17.00

ערוואקסענע: SEK 100, פאר קינדער און צענערלינגען ביז 19 יאר איז עס אומזיסט.

יוני 23 - אוגוסט 17, 2025

מאנטאג-זונטאג: 11.00-17.00

ערוואקסענע: SEK 160, פאר קינדער און צענערלינגען ביז 19 יאר איז עס אומזיסט.

פארמאכט:

דעצעמבער 24, 2024, די טאג בעבפאר קראצמאך

דעצעמבער 25, 2024 די טאג פון קראצמאך

דעצעמבער 31, 2024 די טאג בעפאר דעם נייעם יאר

יאנואר 1, 2025 ערשטע טאג פון נייע יאר

יוני 20, 2025 טאג בעפאר מיטן-זומער האלידעי

יוני 21, 2025 מיטן-זומער האלידעי

אפענע שעות - ביבליאטעק

אפן יעדע מיטוואך פון 11.00 ביז 15.00. אויב איר ווילט קומען אין אן אנדערע צייט, קענט איר זיך פארבינדן מיט Christina Engström דורך אימעיל: christina.engstrom@smtm.se

אונזער פיזישע ביבליאטעק אין Gävle (יעוולע) איז געווידמעט צו דורכזוכן אלטע שריפטן און נישט צו פארבארגן מאטעריאלן. איר זענט אבער העפליך געלאדנט צו קומען און זיצן אין די ביבליאטעק. די באן מוזעאום'ס ביבליאטעק געפונט זיך אויף Karlsborgsgatan 1 אין Gävle )יעוולע(.

אפענע שעות –Tåghallen  )באנען זאל(

די באנען זאל איז פארמאכט פאר דעם סעזאן, מיר האפן זיך צו זעהן נאכאמאל קומענדיגער זומער!

זעהט מער אינפארמאציע איבער אפענע שעות: https://www.jarnvagsmuseet.se/en/visit/tickets-and-prices

בעפאר און דורכאויס אייער באזוך

בילדער

כאפן בילדער און ווידעאוס אין די מוזעאום איז ערלויבט פאר פריוואטע באנוץ.

חיות

הינט ווערן אריינגעלאזט אין די דרויסנדיגע פלאץ פון די באנען פארק אבער נישט אינעווייניג אין די מוזעאום. אויסנאמען ווערן געמאכט פאר באגלייטנדע חיות מיט די נויטיגע באשטעטיגונג פאפירן.

בית הכסא

בית הכסא'ס און טישלעך צו טוישן ווינדלען פון בעיביס געפונען זיך נעבן די אריינגאנג. 

סטארעדזש

עס זענען דא לאקערס צו אוועקלייגן מאנטלען א.ד.ג. און קליינע זעקלעך דורכאויס אייער באזוך. ביטע האלט זיך צוריק פון ברענגען גרעסערע זעק צו די מוזעאום אזוי ווי מיר האבן נישט קיין פלאץ וואו דאס צו אוועקלייגן. 

לייענט מער דא: https://www.jarnvagsmuseet.se/en/visit/plan-your-visit

עסנווארג און געטראנקען

אפענע שעות - Ångpannan )רעסטוראנט(

19 אוגוסט 2024 - 22 יוני 2025

דינסטאג-זונטאג: 11.00-17.00. מיטאג סערווירט: 11.00-13.30

יוני 23 - אוגוסט 17, 2025

מאנטאג-זונטאג: 11.00-17.00. מיטאג סערווירט: 11.00-13.30.

זעהט מער אינפארמאציע איבער די Ångpannan רעסטוראנט: https://www.jarnvagsmuseet.se/en/visit/restaurant-angpannan

טרעפט די וועג צו די באן מוזעאום

די באן מוזעאום געפונט זיך אויף Rälsgatan 1 אין Gävle (יעוולע). איר קענט אנקומען אהער אין עטליכע פארשידענע וועגן. טרעפט די וועג צו די באן מוזעאום: https://www.jarnvagsmuseet.se/en/about-the-swedish-railway-museum/getting-here